מיוזיק - קליפ
ראה דף עסק
נושאים: 0
תגובות: 0
לייקים: 16
דאס לעצטע דוכנ'ען (יידיש) - מיכאל שניצלר
2020-10-20 -
1
200

דאס לעצטע דוכנ'ען (יידיש) - מיכאל שניצלר

און צום דריטן מאל... - חזקה!

נאך די אויסערגעווענליכע גריסן וואס מיר הערן צוריק ביז'ן היינטיגן טאג אויף די שיינע מוזיק פרעזענטאציעס "דער שידוך" (פון יאר תשע"ז), און "מענדי-סענדי-קענדי" (פון יאר תשע"ח), סיי פון די געשעצטע עלטערן פון אונזערע טייערע קעמפערס וועלכע זענען איבערגענומען איבער די מאס פארבארגענע טאלאנטן וואס מיר באווייזן אויפצודעקן אין זייערע קינדערלעך אין די אכט וואכן פון קעמפ, און סיי פון די אידישע גאס וועלכע טוט ווערן אינספירירט איבער די הערליכע פראיעקטן וואס עס קומען ארויס פון מחנה חיים ושלום, די קליינע ווינקל אויפ'ן רוט-42 אין קייאמישע לעיק, מיט א נאמען וועלכע שמ'ט איבעראל, האבן מיר נישט געקענט איגנארירן די אלע פארלאנגען און באשלאסן צו אריינטאנצן אין א פרישע מוזיק פרעזענטאציע, א זאך וועלכע איז גאר שווער אהערצושטעלן און נעמט גאר אסאך צייט צו מאכן.

מיר האבן פארברענגט שעות לאנג מיט נישטערן פאר א גוטע ניגון און צוריקגעקומען צו די 'אידישע געזאנגען' סעריע פון דער מייסטער בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער הי"ו וועלכע איז בארימט מיט זיינע אינהאלטסרייכע אידישע ניגונים - און דאסמאל איז עס אן אייגנארטיגע, עמאציאנאלער לידל, קאמפאזירט און געשריבן דורך דער טאלאנטפולער, וועלט-בארימטער מלחין און בדחן מאטי אילאוויטש. 

מיר האבן אויסגעקליבן דאס יאר א שטאטע הארציגע וועלט-מלחמה ניגון, אנשטאט א שנעלע לעבעדיגע געשיכטעלע, ווייל מיר האבן געוואלט אריינברענגען אין די יונגע הערצער פון די קינדערלעך, אביסל פארשטאנד און ווארעמקייט צו די ביטערע וועלט-מלחמה וועלכע האט פארשניטן די לעבנס פון זעקס מיליאן פון אונזערע זיידעס, ברידער און פאמיליע - הי"ד! 

איר וועט לכאורה נישט ווערן אנטוישט, די פינגער אפדרוקן און געדאנקען פון אונזער שעפערישע שטאב, אינאיינעם מיט די אויגפארכאפנדע 'עקט' דורך אונזערע טאלאנטפולע קעמפערס וועלן אייך צוריקטראגן אין אן עפאכע וואס איז קריטיש וויכטיג צו האלטן פאר די אויגן, און ווערט ליידער אסאך פארגעסן. גרייט אייך אן טישוס און ווען איר ענדיגט דאס קוקן צינדט אן א לעכטעלע לע"נ די קדושים וועלכע זענען אומגעקומען אין די ביטערע קריג. 

מחנה חיים ושלום מונקאטש שטעלט אייך פאר דעם הארציגן אראפשפיל פון "דאס לעצטע דוכ'ענען" א געשיכטע ווי אן עלטערער איד האט אנגעהאלטן אן איינפיר פון ארויסלויפן ביים דוכ'ענען ווייל ער האט געוואלט געדענקען 'דעם לעצטן דוכ'ענען' פון א כהן ביים צווייטן וועלט מלחמה וועמען מען האט אומגעברענגט פאר'ן חטא פון פראווענען א באהאלטענע סדר אין בונקער, אין בערגן-בעלזן לאגער.

עס איז געווארן אהערגעשטעלט און אראפגעשפילט דורך די געלונגענע קינדער פון כתה ז-1, אינאיינעם מיט זייער מדריך ר' אהרן יודא ווייזער הי"ו.

מיר זענען זיכער איר וועט שטארק הנאה האבן און ווערן אינספירירט דערפון, און ארויסנעמען דעם וויכטיגן מעסעדזש אז השי"ת הערט אונזער געוויין און זאגט אונז צו אז בקרוב קומט דער טאג וואס ותחזינה עינינו בשובך לציון! 

א ספעציעלע דאנק צו דער געלונגענער און מייסטער-טאלאנטפולער ראש המדריכים המחנך הדגול הרב וועלוול שמעלצער הי"ו, און דער סגן הר"ר משה שמואל דייטש הי"ו אויף זייער נאכאנאנדע הילף און אהערשטעלן דעם פראיעקט און א באזונדערן דאנק צו אלע קנאקעדיגע, חשוב'ע מדריכים און שטאב מיטגלידער אין מונקאטש קעמפ, אויף די הילף, מיטארבעט און געדאנקען דורכאויס דעם פראיעקט. 

קרדיט: Yiddishe Vinkel

לייק
1 אין

פוסטים נוספים באותו נושא

מיוזיק - קליפ
ראה דף עסק
זכרו של הרב אונגאר זצל - מכאל שניצלר מיכאל שניצלר שר לזכרו של הרב אונגאר זצ&qu...
מוזיקה והופעות - זמרים - מיכאל שניצלר
2020-10-21
0
172
מיוזיק - קליפ
ראה דף עסק
רק לרקוד - מיכאל שניצלר, מקהלת זמירות ותזמורת בלו מלודי תיהנו מקליפ ריקודים ...
מוזיקה והופעות - זמרים - מיכאל שניצלר
2020-10-20
0
254
מיוזיק - קליפ
ראה דף עסק
מענדי סענדי קענדי (יידיש) - מיכאל שניצלר וילדי קעמפ מונקאטש און צום צווי...
מוזיקה והופעות - זמרים - מיכאל שניצלר
2020-10-20
1
177
מיוזיק - קליפ
ראה דף עסק
דער שידוך (יידיש) - מיכאל שניצלר מחנה מונקאטש פרעזענטירט: “דער שידוך” נ...
מוזיקה והופעות - זמרים - מיכאל שניצלר
2020-10-20
0
182
מיוזיק - קליפ
ראה דף עסק
דאס לעצטע דוכנ'ען (יידיש) - מיכאל שניצלר און צום דריטן מאל... - חזקה! נא...
מוזיקה והופעות - זמרים - מיכאל שניצלר
2020-10-20
1
200
מיוזיק - קליפ
ראה דף עסק
דער בייגעלעך פארקויפער(יידיש) - מיכאל שניצלר וליפא שמלצר מילים :   ...
מוזיקה והופעות - זמרים - מיכאל שניצלר
2020-09-07
0
354
מיוזיק - קליפ
ראה דף עסק
הזמר החסידי הוותיק והאהוב מיכאל שניצלר בסינגל קליפ חדש מושקע בלחנו של יוסי מ...
מוזיקה והופעות - זמרים - מיכאל שניצלר
2020-02-02
0
661
מיוזיק - קליפ
ראה דף עסק
הזמר החסידי מיכאל שניצלר בשיר חסד של צדיקים מתוך האלבום נשמה פלאם. קרדי...
מוזיקה והופעות - זמרים - מיכאל שניצלר
2020-01-26
0
429
מיוזיק - קליפ
ראה דף עסק
הזמר החסידי מיכאל שניצלר בשיר דריי מאהל געטאנצען מהאלבום די נשמה פלאם ...
מוזיקה והופעות - זמרים - מיכאל שניצלר
2020-01-26
0
2268
מיוזיק - קליפ
ראה דף עסק
Hasidic singer Michael Schnitzler took Plum הזמר החסידי מיכאל שניצלר נשמה פלא קרדיט : UYDA3881 ...
מוזיקה והופעות - זמרים - מיכאל שניצלר
2020-01-26
0
844
מנהל וידאו -
ראה דף עסק
מיין קינד אייכה? - מיכאל שניצלר - Mein Kind Ayeko - Michoel Schnitzler (אנגלית)  קליפ מיוחד ...
מוזיקה והופעות - זמרים - מיכאל שניצלר
2020-01-26
0
1002